Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 102

1 אַ תּפֿילה פֿאַר דעם געדריקטן װען ער פֿאַרגײט זיך, און ער גיסט אױס פֿאַר ה׳ זײַן קלאָג.

2 ה׳, הער צו מײַן תּפֿילה,

און מײַן געשרײ זאָל קומען צו דיר.

3 זאָלסט נישט פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים פֿון מיר,

אין טאָג פֿון מײַן נױט נײַג דײַן אױער צו מיר,

אין טאָג װאָס איך רוף, ענטפֿער מיר גיך.

4 װאָרעם אַזױ װי רױך פֿאַרגײען מײַנע טעג,

און מײַנע בײנער זײַנען װי אַן אױװן צעברענט.

5 צעקלאַפּט װי גראָז און פֿאַרטריקנט איז מײַן האַרץ,

װאָרעם איך פֿאַרגעס צו עסן מײַן ברױט.

6 פֿון װעגן די קוֹלות פֿון מײַן קרעכצן

איז מײַן געבײן צוגעקלעפּט צו מײַן הױט.

7 איך בין געגליכן צו אַ פּעליקאַן פֿון מדבר,

איך בין געװאָרן װי אַן אײַל פֿון די חורבֿות.

8 איך בין װאַך נאָכאַנאַנד און בין געװאָרן

װי אַן עלנדער פֿױגל אױף אַ דאַך.

9 אַ גאַנצן טאָג לעסטערן מיך מײַנע פֿײַנט,

די װאָס װילדעװען קעגן מיר, שילטן זיך מיט מיר.

10 װאָרעם אַש האָב איך אַזױ װי ברױט געגעסן,

און מײַנע געטראַנקען האָב איך מיט געװײן געמישט.

11 פֿון װעגן דײַן כּעס און דײַן צאָרן;

װאָרעם האָסט מיך אױפֿגעהױבן און מיך אַװעקגעשלײַדערט.

12 מײַנע טעג זײַנען װי אַ שאָטן װאָס נײַגט זיך,

און אַזױ װי גראָז טריקן איך אײַן.

13 אָבער דו ה׳ טראָנסט אױף אײביק,

און דײַן געדעכעניש איז אױף דור-דורות.

14 דו װעסט אױפֿשטײן און זיך דערבאַרעמען אױף צִיוֹן,

װאָרעם עס איז צײַט זי צו לײַטזעליקן,

װאָרעם געקומען איז די שעה.

15 װאָרעם דײַנע קנעכט גאַרן נאָך אירע שטײנער,

און איר שטױב האָבן זײ ליב.

16 און די פֿעלקער װעלן פֿאָרכטן דעם נאָמען פֿון ה׳,

און אַלע מלכים פֿון דער ערד דײַן פּראַכט,

17 װען ה׳ האָט אױפֿגעבױט צִיוֹן,

זיך באַװיזן אין זײַן פּראַכט;

18 זיך געקערט צו דער תּפֿילה פֿון דעם עלנדן,

און נישט פֿאַראַכט זײער תּפֿילה.

19 דאָס װעט פֿאַרשריבן װערן פֿאַרן שפּעטערדיקן דור,

און דאָס פֿאָלק װאָס װעט באַשאַפֿן װערן, װעט לױבן ה׳.

20 װאָרעם ער האָט אַראָפּגעקוקט פֿון זײַן הײליקער הײך;

ה׳ האָט פֿון הימל געלוגט אױף דער ערד,

21 צו הערן דאָס קרעכצן פֿון געפֿאַנגענעם,

פֿרײַ צו מאַכן די אָנגעברײטע צום טױט.

22 כּדי מע זאָל דערצײלן אין צִיוֹן ה׳ס נאָמען,

און זײַן לױב אין ירושָלַיִם,

23 װען די פֿעלקער זאַמלען זיך אײַן אין אײנעם,

און די קיניגרײַכן צו דינען ה׳.

24 ער האָט אָפּגעשלאַפֿט אין װעג מײַן כּוֹח,

ער האָט געקירצט מײַנע טעג.

25 איך זאָג: מײַן ג-ט,

זאָלסט מיך נישט אַװעקנעמען אין העלפֿט פֿון מײַנע טעג,

דו װאָס אױף דור-דורות זײַנען דײַנע יאָרן.

26 לאַנג צוריק האָסטו די ערד געגרונטפֿעסט,

און דאָס װערק פֿון דײַנע הענט זײַנען די הימלען.

27 זײ װעלן אונטערגײן, און דו װעסט באַשטײן,

יאָ, זײ אַלע װעלן װי אַ בגד צעקריכן,

װי אַ מלבוש װעסטו זײ בײַטן, און זײ װעלן פֿאַרגײן;

28 אָבער דו ביסט דער אײגענער,

און דײַנע יאָרן װעלן זיך נישט ענדיקן.

29 די קינדער פֿון דײַנע קנעכט װעלן בלײַבן,

און זײער זאָמען װעט שטײן פֿעסט פֿאַר דיר.

Veja também