1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.
די װאָס פֿאַרזיכערן זיך אױף ה׳
זײַנען אַזױ װי באַרג צִיוֹן, װאָס רירט זיך נישט;
אײביק פֿאַרבלײַבט ער.
2 ירושָלַיִם – אַרום איר זײַנען בערג,
און ה׳ איז אַרום זײַן פֿאָלק,
פֿון אַצונד און ביז אײביק.
3 װאָרעם דער שטעקן פֿון שלעכטיקײט װעט נישט רוען
אױף דעם גורל פֿון די גערעכטע,
כּדי די גערעכטע זאָלן נישט אױסשטעקן
אין אומגערעכטיקײט זײערע הענט.
4 באַגיטיק, ה׳, די גוטע,
און די װאָס זײַנען רעכטפֿאַרטיק אין זײערע הערצער.
5 אָבער די װאָס נײַגן זיך אױף זײערע קרומע װעגן,
זײ װעט ה׳ אַװעקפֿירן מיט די טוער פֿון אומרעכט.
שלום אױף יִשׂרָאֵל!