1 אַ מיזמור פֿון דָוִדן.
ה׳, איך רוף דיך, אײַל צו מיר,
פֿאַרנעם מײַן קֹול, אַז איך רוף צו דיר.
2 זאָל באַשטײן מײַן תּפֿילה װי װײַרעך פֿאַר דיר,
די אױפֿהײבונג פֿון מײַנע הענט װי דער אָװנט-קָרבָּן.
3 מאַך, ה׳, אַ היטונג אױף מײַן מױל,
גיב אַכט אױף דער טיר פֿון מײַנע ליפּן.
4 זאָלסט נישט פֿאַרנײגן מײַן האַרץ צו אַ בײזער זאַך,
צו טאָן טוּונגען אין שלעכטיקײט
מיט לײַט װאָס װערקן אומרעכט;
און לאָמיך נישט עסן פֿון זײערע זיסע שפּײַזן;
5 זאָל מיך שלאָגן דער צדיק אױס גינציקײט,
און מיך שטראָפֿן;
מײַן קאָפּ װעט נישט אָפּשטױסן דאָס טײַערע אײל –
װאָרעם תּמיד איז מײַן תּפֿילה אַקעגן זײערע בײזן.
6 זאָלן געשלײַדערט װערן אָן אַ פֿעלדז זײערע ריכטער;
און מע זאָל הערן מײַנע װערטער אַז זײ זײַנען ליבלעך.
7 אַזױ װי װען מע שפּאַלט און ברעכט אױף די ערד,
זײַנען צעשאָטן אונדזערע בײנער בײַם מױל פֿון שְׁאֹול.
8 װאָרעם אױף דיר, ה׳ דו אֲדֹנָי, זײַנען מײַנע אױגן;
אין דיר שיץ איך מיך, זאָלסט נישט אױסגיסן מײַן זעל.
9 היט מיך פֿון דער פּאַסטקע װאָס זײ האָבן מיר געשטעלט,
און פֿון די שטרױכלונגען פֿון די אומרעכטטוער.
10 זאָלן אַרײַנפֿאַלן אין זײערע נעצן די רשעים,
בעת איך אַלײן װעל אַריבערגײן.