1 אַ מיזמור פֿון דָוִדן, װען ער איז אַנטלאָפֿן פֿון זײַן זון אַבֿשָלומען.
2 ה׳, װי פֿיל זײַנען מײַנע פֿײַנט!
פֿיל די װאָס שטײען אָן אױף מיר!
3 פֿיל זאָגן אױף מײַן זעל:
נישטאָ פֿאַר אים קײן הילף בײַ אלֹקים. סֶלָה.
4 אָבער דו ה׳ ביסט אַ שילד פֿאַר מיר,
מײַן כּבֿוד און דער דערהײבער פֿון מײַן קאָפּ.
5 מיט מײַן קֹול טו איך רופֿן צו ה׳,
און ער ענטפֿערט מיר פֿון זײַן הײליקן באַרג. סֶלָה.
6 איך לײג זיך און שלאָף אײַן,
איך װאַך אױף, װײַל ה׳ לענט מיך אונטער.
7 איך האָב נישט מורא פֿאַר צענטױזנטן פֿאָלק,
װאָס האָבן רונד אַרום זיך אָנגעזעצט אױף מיר.
8 שטײ אױף, ה׳, העלף מיך מײַן ג-ט,
װאָרעם האָסט געשלאָגן אַלע מײַנע פֿײַנט אױף דער באַק,
די צײן פֿון די רשעים האָסטו צעבראָכן.
9 בײַ ה׳ איז די הילף;
זאָל קומען דײַן ברכה אױף דײַן פֿאָלק! סֶלָה.