Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 39

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, פֿאַר ידותון; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

2 איך האָב געזאָגט: איך װעל היטן מײַנע װעגן

פֿון צו זינדיקן מיט מײַן צונג;

איך װעל האַלטן אַ שלאָס אױף מײַן מױל,

בעת דער רשע איז פֿאַר מיר.

3 איך בין שטיל אַנטשטומט געװען,

איך האָב געשװיגן, אָן גוטס,

און מײַן װײטאָג איז געװען אײַנגעהאַלטן.

4 איז מײַן האַרץ אין מיר הײס געװאָרן,

האָט אין מײַן געמיט זיך אַ פֿײַער צעברענט;

האָב איך גערעדט מיט מײַן צונג:

5 לאָז מיך װיסן, ה׳, מײַן סוף,

און די מאָס פֿון מײַנע טעג, װאָס זי איז,

לאָמיך װיסן װי פֿאַרגײיִק איך בין.

6 זע, װי אַ שפּאַן האָסטו געמאַכט מײַנע טעג,

און מײַן געדױער איז װי גאָרנישט קעגן דיר;

פֿאַר װאָר, אַ בלױזער הױך װאָס באַשטײט איז איטלעכער מענטש.

סֶלָה.

7 בלױז װי אַן אָפּדוכט גײט אום דער מענטש,

בלױז אומנישט טומלען זײ;

ער קלײַבט, און ער װײס נישט װער דאָס װעט אײַנזאַמלען.

8 און אַצונד, װאָס זאָל איך האָפֿן, אָ אֲדֹנָי?

מײַנע האָפֿענונג איז צו דיר.

9 זײַ מיך מציל פֿון אַלע מײַנע פֿאַרברעכן;

זאָלסט מיך נישט מאַכן צום שפּאָט פֿון דעם נידערטרעכטיקן.

10 איך בין שטום, איך עפֿן נישט מײַן מױל,

װאָרעם דו האָסט עס געטאָן.

11 טו אָפּ פֿון מיר דײַן פּלאָג,

פֿון דעם שטרײַט פֿון דײַן האַנט װער איך פֿאַרלענדט.

12 װאָלסטו מיט שטראָפֿרײד געמוסרט דעם מענטשן פֿאַר זינד!

אָבער מאַכסט צעקריכן װי מאָיל זײַן שײנקײט.

בלױז אַ הױך איז איטלעכער מענטש.

סֶלָה.

13 הער צו מײַן תּפֿילה, ה׳, און מײַן געשרײ פֿאַרנעם;

אױף מײַן טרער זאָלסטו נישט שװײַגן;

װאָרעם אַ פֿרעמדער בין איך בײַ דיר,

אַן אײַנגעװאַנדערטער װי אַלע מײַנע עלטערן.

14 קוק אַװעק פֿון מיר, און לאָמיך זיך אױפֿמונטערן,

אײדער איך װעל אַװעקגײן און מער נישט זײַן.

Veja também