Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 68

3 װי רױך װערט צעטריבן, װעסטו זײ צעטרײַבן;

װי װאַקס צעגײט פֿאַר פֿײַער,

װעלן אונטערגײן די רשעים פֿאַר אלֹקים.

4 און די צדיקים װעלן זיך פֿרײען;

זײ װעלן זײַן לוסטיק פֿאַר אלֹקים,

און קװעלן מיט שׂימחה.

5 זינגט צו אלֹקים, באַזינגט זײַן נאָמען,

דערהײבט דעם װאָס רײַט דורך די הימלען –

ה׳ איז זײַן נאָמען –

און פֿרײט זיך פֿאַר אים.

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também