1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן, אױף אַ דערמאָנונג.
2 אלֹקים, מיך מציל צו זײַן,
ה׳, צו מײַן הילף, טו אײַלן.
3 זאָלן פֿאַרשעמט און צו שאַנד װערן
די װאָס זוכן מײַן לעבן;
זאָלן אָפּטרעטן אַהינטער און זיך שעמען
די װאָס װינטשן מיר בײז.
4 זאָלן זיך צוריקקערן פֿון װעגן זײער שאַנד
די װאָס זאָגן: אַהאַ! אַהאַ!
5 זאָלן לוסטיק זײַן און זיך פֿרײען מיט דיר
אַלע װאָס זוכן דיך.
און זאָלן תּמיד זאָגן: געגרײסט זאָל זײַן ג-ט!
די װאָס האָבן ליב דײַן ישועה.
6 אָבער איך בין אָרים און באַדערפֿטיק,
אלֹקים, טו אײַלן צו מיר;
דו ביסט מײַן הילף, און דער װאָס מאַכט מיך אַנטרינען;
ה׳, זאָלסט זיך נישט זאַמען.