Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 75

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַל-תַּשחֵת; אַ מיזמור פֿון אָסָפֿן, אַ געזאַנג.

2 מיר לױבן דיך, אלֹקים, מיר לױבן,

און נאָנט איז דײַן נאָמען;

מע דערצײלט דײַנע װוּנדער.

3 אַז איך נעם אַ צײַט,

טו איך משפּטן מיט יושר.

4 מעגן זיך װאַקלען די ערד און אַלע אירע באַװױנער,

איך טו באַפֿעסטיקן אירע זײַלן.

סֶלָה.

5 איך זאָג צו די מוטװיליקע: איר זאָלט נישט מוטװיליקן,

און צו די רשעים: איר זאָלט נישט אױפֿהײבן דעם האָרן.

6 איר זאָלט נישט אױפֿהײבן אין דער הײך אײַער האָרן,

נישט רעדן מיט אַ פֿאַרשײַטן האַלדז.

7 װאָרעם נישט פֿון מזרח אָדער פֿון מערבֿ,

און נישט פֿון מדבר, קומט דערהײכונג.

8 נאָר אלֹקים איז דער ריכטער:

דעם דערנידערט ער, און דעם דערהײכט ער.

9 װאָרעם אַ כָּוס איז אין דער האַנט פֿון ה׳,

מיט װײַן װאָס שױמט, מיט מישגעטראַנק פֿול,

און ער גיסט אָן דערפֿון;

בלױז די הײװן דערפֿון זופּן-טרינקען

אַלע רשעים פֿון דער ערד.

10 אָבער איך װעל אײביק דערצײלן,

איך װעל זינגען צום אלוקי יעקבֿ.

11 און אַלע הערנער פֿון די רשעים װעל איך אָפּהאַקן;

דערהײכט װעלן װערן די הערנער פֿון די צדיקים.

Veja também