1 אַ מיזמור; אַ געזאַנג פֿאַר דעם טאָג פֿון שבת.
2 גוט איז צו לױבן ה׳,
און זינגען צו דײַן נאָמען, דו עליון;
3 צו דערצײלן אין פֿרימאָרגן דײַן חֶסֶד
און דײַן טרײַשאַפֿט אין די נעכט,
4 אױף אַ צענסטרונע און אױף אַ גיטאַר,
מיט פֿאַרטראַכטונג אױף דער האַרף.
5 װאָרעם האָסט מיך דערפֿרײט, ה׳, מיט דײַן װערק,
איך זינג װעגן די מעשׂים פֿון דײַנע הענט.
6 װי גרױס זײַנען דײַנע מעשׂים, ה׳!
טיף ביז גאָר זײַנען דײַנע טראַכטונגען.
7 דער בהֵמישער מענטש װײס נישט,
און דער נאַר פֿאַרשטײט דאָס נישט.
8 אַז די רשעים שפּראָצן װי גראָז,
און עס בליִען אַלע טוער פֿון אומרעכט,
איז דאָס כּדאי זײ זאָלן פֿאַרטיליקט װערן אױף אײביק.
9 אָבער דו ביסט דערהױבן אױף אײביק, ה׳.
10 װאָרעם אָט דײַנע פֿײַנט, ה׳,
װאָרעם אָט דײַנע פֿײַנט װעלן אונטערגײן,
צעשפּרײט װעלן װערן אַלע טוער פֿון אומרעכט.
11 און האָסט דערהײכט װי בײַ אַ װיזלטיר מײַן האָרן;
איך האָב מיך באַזאַלבט מיט פֿרישן אײל.
12 און מײַן אױג האָט זיך אָנגעזען אױף מײַנע לױערער;
אױף די שלעכטסטוער װאָס שטײען אָן אױף מיר,
הערן מײַנע אױערן זיך אָן.
13 דער צדיק װעט בליִען װי אַ טײטלבױם,
װי אַ צעדערבױם אין לבֿנוֹן װעט ער װאַקסן.
14 אײַנגעפֿלאַנצט אין הױז פֿון ה׳,
אין די הױפֿן פֿון אלוקינו װעלן זײ בליִען.
15 זײ װעלן נאָך שפּראָצן אין גראָער עלטער,
פֿעט און זאַפֿטיק װעלן זײ זײַן;
16 צו דערצײלן אַז ה׳ איז רעכטפֿאַרטיק,
מײַן פֿעלדז װאָס קײן אומרעכט איז אין אים נישטאָ.