Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 96

1 זינגט צו ה׳ אַ נײַ געזאַנג,

זינגט צו ה׳, די גאַנצע ערד.

2 זינגט צו ה׳, בענטשט זײַן נאָמען,

זײט מבֿשׂר פֿון טאָג צו טאָג זײַן ישועה.

3 דערצײלט צװישן די פֿעלקער זײַן כּבֿוד,

צװישן אַלע אומות זײַנע װוּנדער.

4 װאָרעם גרױס איז ה׳, און זײער געלױבט,

ער איז פֿאָרכטיק איבער אַלע ג-טער;

5 װאָרעם די ג-טער פֿון אַלע פֿעלקער זײַנען נישטיק,

און ה׳ האָט די הימלען געמאַכט.

6 גלאַנץ און שײנקײט זײַנען פֿאַר זײַן פּנים,

שטאַרקײט און פּראַכט אין זײַן מִקדָש.

7 גיט צו ה׳, איר משפּחות פֿון די פֿעלקער,

גיט צו ה׳ כּבֿוד און שטאַרקײט.

8 גיט צו ה׳ דעם כּבֿוד פֿון זײַן נאָמען,

ברענגט אַ מִנְחָה, און קומט אין זײַנע הױפֿן.

9 בוקט זיך צו ה׳ מיט הײליקן אָפּשײַ,

ציטערט פֿאַר אים, די גאַנצע ערד.

Veja também