Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 12

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף שמינית; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

2 העלף, ה׳, װאָרעם געענדיקט האָבן זיך די פֿרומע,

װאָרעם אױסגעגאַנגען זײַנען די געטרײַע פֿון די מענטשנקינדער.

3 פֿאַלש רעדן זײ אײנער מיטן אַנדערן,

מיט אַ גלאַטער ליפּ, מיט אַ צװײיִקן האַרצן רעדן זײ.

4 ה׳ זאָל פֿאַרשנײַדן אַלע גלאַטע ליפּן,

די צונג װאָס רעדט גרױס!

5 די װאָס זאָגן: מיט אונדזער צונג זײַנען מיר שטאַרק,

אונדזערע ליפּן זײַנען מיט אונדז, װער איז אונדז אַ האַר?

6 פֿון װעגן דער באַרױבונג פֿון די אָרימע,

פֿון װעגן דעם קרעכצן פֿון די באַדערפֿטיקע,

אַצונד װעל איך אױפֿשטײן, זאָגט ה׳;

איך װעל באַשערן מיט הילף דעם װאָס מע בלאָזט אױף אים.

7 די װערטער פֿון ה׳ זײַנען רײנע װערטער,

זילבער געשמאָלצן אין אַ טיגל אױף דער ערד,

זיבן מאָל געלײַטערט.

8 דו ה׳ װעסט זײ היטן,

װעסט זײ אײביק באַהיטן פֿון דאָזיקן דור.

9 אומעטום גײען אום די רשעים,

װען געמײנקײט װערט דערהױבן בײַ די מענטשנקינדער.

Veja também