1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.
װױל צו איטלעכן װאָס פֿאָרכט ה׳,
װאָס גײט אין זײַנע װעגן.
2 די מי פֿון דײַנע הענט אַז דו עסט,
װױל איז צו דיר, און גוט איז צו דיר.
3 דײַן װײַב װי אַ פֿרוכטיקער װײַנשטאָק,
אין די װינקלען פֿון דײַן הױז;
דײַנע קינדער װי אײלבערטפֿלאַנצן,
רונד אַרום דײַן טיש.