Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 24

1 פֿון דָוִדן אַ מיזמור.

ה׳ס איז די ערד און איר פֿולקײט,

די װעלט און די װױנער אין איר.

2 װאָרעם ער האָט זי אױף ימען געגרונטפֿעסט,

און האָט זי אױף טײַכן געשטעלט.

3 װער קען אַרױפֿגײן אױף דעם באַרג פֿון ה׳?

און װער קען שטײן אין זײַן הײליקן אָרט?

4 דער װאָס האָט רײנע הענט און אַ לױטער האַרץ,

װאָס האָט מיך נישט דערמאָנט צום פֿאַלשן,

און נישט געשװאָרן מיט באַטרוג.

5 ער װעט קריגן אַ ברכה פֿון ה׳,

און גענאָד פֿון דעם אלֹקים פֿון זײַן הילף.

6 דאָס איז דער דור פֿון די װאָס פֿאָרשן אים,

װאָס זוכן דײַן פּנים אָ יעקבֿ.

סֶלָה.

7 הײבט אױף, איר טױערן, אײַערע קעפּ, און הײבט אײַך אױף, איר

אײביקע טירן,

און זאָל אַרײַנגײן דער קיניג פֿון פּראַכט.

8 װער איז דער קיניג פֿון פּראַכט?

ה׳ דער שטאַרקער און דער גיבור,

ה׳ דער גיבור פֿון מלחמה.

9 הײבט אױף, איר טױערן, אײַערע קעפּ,

און הײבט אױף, איר אײביקע טירן,

און זאָל אַרײַנגײן דער קיניג פֿון פּראַכט.

10 װער איז דער קיניג פֿון פּראַכט?

ה׳ צבָֿאוֹת, ער איז דער קיניג פֿון פּראַכט.

סֶלָה.

Veja também