1 פֿון דָוִדן.
ה׳ איז מײַן ליכט און מײַן הילף,
פֿאַר װעמען זאָל איך מורא האָבן?
ה׳ איז די פֿעסטונג פֿון מײַן לעבן,
פֿאַר װעמען זאָל איך אַנגסטן?
2 אַז די שלעכטסטוער גענענען צו מיר
צו עסן מײַן פֿלײש –
מײַנע דריקער און מײַנע פֿײַנט –
װערן זײ געשטרױכלט און פֿאַלן.
3 אַז אַ מחנה זאָל לאַגערן אױף מיר,
װעט נישט מורא האָבן מײַן האַרץ;
אַז אַ מלחמה זאָל אָנשטײן אױף מיר,
בין איך פֿון דעסט װעגן זיכער.