1 פֿון דָוִדן.
קריג, ה׳, מיט מײַנע קריגער,
שטרײַט מיט מײַנע שטרײַטער.
2 נעם אָן אַ שילד און אַ קלײן שילד,
און שטײ אױף מיר צו הילף.
3 און צי אַרױס דעם שפּיז און די האַק
אַקעגן מײַנע נאָכיאָגער;
זאָג צו מײַן זעל:
דײַן ישועה בין איך.
4 זאָלן פֿאַרשעמט און צו שאַנד װערן
די װאָס זוכן מײַן לעבן;
זאָלן אָפּטרעטן אַהינטער און זיך שעמען
די װאָס טראַכטן מיר בײז.
5 זאָלן זײ זײַן װי שפּרײ פֿאַרן װינט,
און דער מלאך פֿון ה׳ זאָל זײ שטױסן.
6 זאָל זײער װעג זײַן חושך און גליטשיק,
און דער מלאך פֿון ה׳ זאָל זײ יאָגן.
7 װאָרעם פֿאַר אומזיסט האָבן זײ מיר אונטערגעלײגט
זײער נעץ פֿון אונטערגאַנג,
פֿאַר אומזיסט האָבן זײ געגראָבן אױף מײַן זעל.
8 זאָל קומען אױף אים אַ בראָך אומגעריכט,
און זײַן נעץ װאָס ער האָט אונטערגעלײגט זאָל אים באַצװינגען;
מיט שטורעם זאָל ער פֿאַלן דערין.
9 און מײַן זעל װעט זיך פֿרײען מיט ה׳,
זי װעט לוסטיק זײַן מיט זײַן ישועה.
10 אַלע מײַנע בײנער װעלן זאָגן:
װער אַזױ װי דו, ה׳,
איז מציל דעם אָרעמאַן פֿון דעם שטאַרקערן פֿון אים,
יאָ, דעם אָרעמאַן און דעם אבֿיון פֿון דעם װאָס באַגזלט אים.
11 פֿאַלשע עדות שטײען אױף,
װאָס איך װײס נישט פֿרעגן זײ מיך.
12 זײ צאָלן מיר אַ רָעה פֿאַר אַ טובֿה,
פֿאַריתומט איז מײַן זעל.
13 און איך, אַז זײ זײַנען קראַנק געװען,
איז מײַן אָנקלײד געװען זאַק,
איך האָב געפּײַניקט מיט פֿאַסטן מײַן לײַב;
און מײַן תּפֿילה – זאָל עס אָנקומען אין מײַן בוזעם!
14 װי בײַ אַ חבֿר, װי בײַ אַ ברודער מײַנעם,
בין איך אַרומגעגאַנגען,
װי אין טרױער נאָך אַ מאַמען,
פֿינצטער געבױגן בין איך געװען.
15 אָבער אַז איך פֿאַל, פֿרײען זײ זיך, און קלײַבן זיך אױף;
עס קלײַבן זיך אַרום מיר שלעגער װאָס איך קען נישט;
זײ רײַסן און הערן נישט אױף.
16 מיט פֿאַלשע רכילות-געשפּעטן
קריצן זײ אױף מיר זײערע צײן.
17 אֲדֹנָי, װי לאַנג װעסטו צוזען?
נעם אַװעק מײַן זעל פֿון זײערע פֿאַרװיסטונגען,
פֿון די יונגלײבן מײַן אײנאײנציקע.
18 איך װעל דיר דאַנקען אין אַ גרױס געזעמל,
אין פֿיל פֿאָלק װעל איך דיך לױבן.
19 זאָלן זיך נישט פֿרײען איבער מיר
די װאָס זײַנען מיר פֿײַנט פֿאַר גאָרנישט;
מײַנע אומזיסטיקע שָׂונאים
װאָס װינקען מיטן אױג.
20 װאָרעם אומשָלום רעדן זײ,
און קעגן די שטילע פֿון דער ערד
טראַכטן זײ אױס פֿאַלשע שטיק.
21 און זײ עפֿענען ברײט זײער מױל אױף מיר;
זײ זאָגן: אַהאַ! אַהאַ! אונדזער אױג האָט דערלעבט.
22 דו האָסט געזען, ה׳, זאָלסטו נישט פֿאַרשװײַגן;
אֲדֹנָי, זאָלסט זיך נישט דערװײַטערן פֿון מיר.
23 דערװעק דיך און װאַך אױף צו מײַן משפּט,
צו מײַן קריג, מײַן ג-ט און אֲדֹנָי.
24 משפּט מיך לױט דײַן גערעכטיקײט, ה׳ מײַן ג-ט,
און זאָלן זײ זיך נישט פֿרײען איבער מיר.
25 זאָלן זײ נישט זאָגן אין זײער האַרצן:
אַהאַ! אונדזער באַגער!
זאָלן זײ נישט זאָגן:
מיר האָבן אים אײַנגעשלונגען!
26 זאָלן פֿאַרשעמט און צו שאַנד װערן אין אײנעם
די װאָס פֿרײען זיך אױף מײַן אומגליק;
זאָלן באַקלײדט װערן מיט בושה און שמאַך
די װאָס גרײסן זיך איבער מיר.
27 זאָלן זינגען און זיך פֿרײען
די װאָס באַגערן מײַן גערעכטיקײט;
און זאָלן זײ תּמיד זאָגן: געגרײסט זאָל זײַן ה׳,
װאָס באַגערט דעם פֿריד פֿון זײַן קנעכט.
28 און מײַן צונג װעט רעדן דײַן גערעכטיקײט,
אַ גאַנצן טאָג דײַן לױב.