Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 40

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן אַ מיזמור.

2 האָפֿן געהאָפֿט האָב איך אױף ה׳,

און ער האָט זיך גענײגט צו מיר,

און צוגעהערט מײַן געשרײ.

3 און ער האָט מיך אַרױפֿגעבראַכט פֿון דער װיסטער גרוב,

פֿון דעם זומפּיקן לײם,

און ער האָט געשטעלט אױף אַ פֿעלדז מײַנע פֿיס,

ער האָט באַפֿעסטיקט מײַנע טריט.

4 און ער האָט געגעבן אין מײַן מױל אַ נײַ געזאַנג,

אַ לױב צו אלוקינו.

פֿיל װעלן זען און װעלן פֿאָרכטן,

און װעלן זיך פֿאַרזיכערן אױף ה׳.

5 געבענטשט איז דער מענטש װאָס האָט געמאַכט ה׳ זײַן פֿאַרזיכערונג,

און זיך נישט געװענדט צו די האָפֿערדיקע,

און צו די װאָס קערן זיך אָפּ צו פֿאַלשקײט.

6 פֿיל האָסטו אױפֿגעטאָן, ה׳ מײַן ג-ט

דײַנע װוּנדער און דײַנע טראַכטונגען

פֿון אונדזערט װעגן;

נישטאָ קײן גלײַכן צו דיר.

זאָל איך דערצײלן און זאָגן,

זײַנען זײ צו פֿיל אױסצורעכענען.

7 שלאַכטאָפּפֿער און שפּײַזאָפּפֿער האָסט דו נישט פֿאַרלאַנגט,

אָבער מײַנע אױערן האָסטו דו אױפֿגעמאַכט

בראַנדאָפּפֿער און זינדאָפּפֿער פֿאַרלאַנגסטו נישט.

8 דערום האָב איך געזאָגט: זע, איך בין געקומען,

אין די מגלה פֿון דעם סֵפֿר איז װעגן מיר געשריבן.

9 צו טאָן דײַן רָצון, מײַן ג-ט, האָב איך באַגערט,

און דײַן תּורה איז אין מײַנע אינגעװײד.

10 איך האָב מבֿשׂר זײַן גערעכטיקײט אין אַ גרױס געזעמל;

זע, מײַנע ליפּן טו איך נישט פֿאַרמײַדן;

ה׳, דו װײסט דאָך.

11 דײַן גערעכטיקײט האָב איך נישט פֿאַרדעקט אין מײַן האַרצן,

דײַן טרײַשאַפֿט און דײַן הילף האָב איך דערצײלט;

איך האָב נישט פֿאַרהױלן דײַן גענאָד

און דײַן אמת פֿאַרן גרױסן געזעמל.

12 נישט פֿאַרמײַדן זאָלסטו דו, ה׳, דײַן דערבאַרעמונג פֿון מיר,

דײַן גענאָד און דײַן אמת זאָלן מיך תּמיד באַהיטן.

13 װאָרעם אַרומגערינגלט האָבן מיך בײזן אַזש אָן צאָל,

דערגרײכט האָבן מיך מײַנע זינד,

אַז איך קען נישט זען;

זײ זײַנען מער װי די האָר פֿון מײַן קאָפּ,

און מײַן האַרץ האָט מיך פֿאַרלאָזן.

14 באַװיליק, ה׳, מיך מציל צו זײַן,

ה׳, אײַל מיר צו הילף.

15 זאָל פֿאַרשעמט און צו שאַנד װערן אין אײנעם

די װאָס זוכן מײַן לעבן, עס אומצוברענגען;

זאָלן אָפּטרעטן אַהינטער און זיך שעמען

די װאָס װינטשן מיר בײז.

16 זאָלן באַנומען װערן פֿון װעגן זײער שאַנד

די װאָס זאָגן אױף מיר: אַהאַ! אַהאַ!

17 זאָלן זײַן לוסטיק און זיך פֿרײען מיט דיר

אַלע װאָס זוכן דיך;

זאָלן תּמיד זאָגן: געגרײסט זאָל זײַן ה׳!

די װאָס האָבן ליב דײַן ישועה.

18 און איך אָרימער און באַדערפֿטיקער

זאָל אֲדֹנָי דאָס מיר צורעכענען.

דו ביסט מײַן הילף, און דער װאָס מאַכט מיך אַנטרינען;

אָ מײַן ג-ט, זאָלסט זיך נישט זאַמען.

Veja também