1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח אַ באַטראַכטונג.
2 אלֹקים, מיט אונדזערע אױערן האָבן מיר געהערט,
אונדזערע עלטערן האָבן אונדז דערצײלט,
די טוּונג װאָס דו האָסט געטאָן אין זײערע טעג,
אין די טעג פֿון פֿאַרצײַטן.
3 דו מיט דײַן האַנט האָסט פֿעלקער פֿאַרטריבן,
און זײ האָסטו אײַנגעפֿלאַנצט,
האָסט צעבראָכן אומות,
און זײ האָסט דו אַװעקגעשיקט.
4 װאָרעם נישט מיט זײער שװערד האָבן זײ געאַרבט דאָס לאַנד,
און נישט זײער אָרעם האָט זײ געהאָלפֿן,
נאָר דײַן רעכטע האַנט און דײַן אָרעם,
און דאָס ליכט פֿון דײַן פּנים,
װײַל דו האָסט זײ באַװיליקט.
5 דו ביסט מײַן קיניג, אלֹקים;
באַפֿעל די ישועה פֿון יעקבֿ.
6 מיט דיר שטױסן מיר אונדזערע פֿײַנט,
מיט דײַן נאָמען צעטרעטן מיר אונדזערע קעגנשטײער.
7 װאָרעם נישט אױף מײַן בױגן פֿאַרזיכער איך מיך,
און מײַן שװערד קען מיך נישט העלפֿן.
8 נײַערט דו האָסט אונדז געהאָלפֿן פֿון אונדזערע פֿײַנט,
און אונדזערע שָׂונאים צו שאַנד געמאַכט.
9 מיט אלֹקים האָבן מיר זיך גערימט אַ גאַנצן טאָג,
און דײַן נאָמען לױבן מיר אײביק.
סֶלָה.
10 אָבער האָסט פֿאַרלאָזן און פֿאַרשעמט אונדז,
און גײַסט נישט אַרױס מיט אונדזערע מחנות.
11 מאַכסט אונדז צוריקגײן פֿאַרן פֿײַנט,
און אונדזערע שָׂונאים רױבן זיך אָן.
12 האָסט אונדז אָפּגעגעבן װי שאָף צום עסן,
און צװישן די פֿעלקער האָסטו אונדז צעשפּרײט.
13 האָסט פֿאַרקױפֿט דײַן אומה פֿאַר שפּאָטגעלט,
און האָסט נישט הױך געשטעלט זײער מקח.
14 מאַכסט אונדז צו חרפּה בײַ אונדזערע שכנים,
אַ געלעכטער און אַ שפּאָט בײַ אונדזערע אַרומיקע.
15 מאַכסט אונדז פֿאַר אַ שפּריכװאָרט צװישן די פֿעלקער,
אַ קאָפּשאָקלעניש צװישן די אומות.
16 אַ גאַנצן טאָג איז מײַן שאַנד אַנטקעגן מיר,
און די בושה פֿון מײַן פּנים האָט מיך באַדעקט,
17 פֿון קֹול פֿון דעם לעסטערער און שענדער,
פֿון װעגן דעם פֿײַנט און דעם ראַכענעמער.
18 דאָס אַלץ איז געקומען אױף אונדז,
אָבער מיר האָבן נישט פֿאַרגעסן אָן דיר,
און נישט געלײקנט אָן דײַן ברית.
19 נישט אָפּגעקערט אַהינטער האָט זיך אונדזער האַרץ,
אַז אונדזערע טריט זאָלן זיך אָפּנײַגן פֿון דײַן שטעג;
20 הגם דו האָסט אונדז פֿאַרשטױסן אין אַן אָרט פֿון שאַקאַלן,
און אונדז איבערגעדעקט מיט טױטשאָטן.
21 אױב מיר װאָלטן פֿאַרגעסן אָן דעם נאָמען פֿון אלוקינו,
און אױסגעשפּרײט אונדזערע הענט צו אַ פֿרעמדן ג-ט,
22 װאָלט דען אלֹקים דאָס נישט אױספֿאָרשן?
װאָרעם ער װײס די פֿאַרבאָרגענישן פֿון האַרצן.
23 יאָ, איבער דיר װערן מיר געהרגעט אַ גאַנצן טאָג,
מיר װערן גערעכנט װי שאָף צו דער שחיטה.
24 דערװעק דיך, פֿאַר װאָס שלאָפֿסטו, אָ אֲדֹנָי?
װאַך אױף, זאָלסט אונדז נישט פֿאַרלאָזן אױף אײביק.
25 פֿאַר װאָס פֿאַרבאָרגסטו דײַן פּנים,
פֿאַרגעסט אונדזער פּײַן און אונדזער קלעם?
26 װאָרעם געבױגן צום שטױב איז אונדזער זעל,
באַהעפֿט צו דער ערד איז אונדזער לײַב.
27 שטײ אױף אונדז צו הילף,
און לײז אונדז אױס פֿון װעגן דײַן גענאָד.