1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור; פֿון דָוִדן אַ געזאַנג.
2 אױף דיר, אלֹקים, האַרט לױב אין צִיוֹן,
און צו דיר װערן נדרים געצאָלט.
3 דו װאָס הערסט צו אַ תּפֿילה,
צו דיר קומען אַלע לײַבער.
4 די זינדיקע מעשׂים זײַנען צו שטאַרק פֿאַר מיר;
אונדזערע פֿאַרברעכן, זײ זאָלסט דו מכַפּר זײַן.
5 װױל צו דעם װאָס דו װײלסט
און דערנענטערסט,
ער זאָל רוען אין דײַנע הױפֿן.
לאָמיר זיך זעטן מיט דעם גוטס פֿון דײַן הױז,
מיט דער הײליקײט פֿון דײַן הֵיכל.
6 מיט פֿאָרכטיקע װוּנדער ענטפֿערסטו אונדז אין גערעכטיקײט,
דו אלֹקים פֿון אונדזער הילף,
דו פֿאַרזיכערונג פֿון אַלע עקן ערד,
און פֿון ימען װײַטע;
7 דער װאָס באַפֿעסטיקט די בערג מיט זײַן כּוֹח,
דער װאָס איז באַגורט מיט גבֿורה;
8 דער װאָס שטילט אײַן די ברומונג פֿון די ימען,
די ברומונג פֿון זײערע אינדן, און דעם טומל פֿון די פֿעלקער,
9 ביז די באַװױנער פֿון װײַטע עקן האָבן מורא פֿאַר דײַנע צײכנס;
די אַרױסגענג פֿון פֿרימאָרגן און אָװנט מאַכסטו זינגען.
10 דערמאָנסט זיך אָן דער ערד און באַװאַסערסט זי,
מאַכסט זי שֶפֿעדיק רײַך,
פֿון דעם טײַך פֿון אלֹקים פֿול מיט װאַסער;
ברײטסט אָן זײער קאָרן, װאָרעם ברײטסט זי צו ריכטיק;
11 טרינקסט אָן אירע בײטן,
זעצסט אַראָפּ אירע גרודעס,
מאַכסט זי װײך מיט שפּרײרעגן,
בענטשסט איר שפּראָצונג.
12 האָסט געקרײנט דאָס יאָר מיט דײַן גוטס,
און דײַנע שטעגן טריפֿן מיט פֿעטקײט.
13 עס טריפֿן די פֿיטערפּלעצער פֿון מדבר,
און פֿרײד גורטן אָן די הײכן.
14 די לאָנקעס באַקלײדן זיך מיט שאָף,
און די טאָלן װיקלען זיך אין תּבֿואה;
זײ שאַלן און זײ זינגען.