Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 142

1 אַ באַטראַכטונג פֿון דָוִדן, װען ער איז געװען אין דער הײל; אַ תּפֿילה.

2 מיט מײַן קֹול שרײַ איך צו ה׳,

מיט מײַן קֹול בעט איך צו ה׳.

3 איך גיס אױס פֿאַר אים מײַן קלאָג,

מײַן נױט דערצײל איך פֿאַר אים.

4 װען מײַן געמיט פֿאַרגײט אין מיר,

דו װײסט דאָך מײַן שטעג

אױף דעם װעג װאָס איך גײ,

האָבן זײ מיר אַ פּאַסטקע באַהאַלטן.

5 קוק רעכטס, און זע,

אַז איך האָב נישט קײן באַקענטן;

פֿאַרלאָרן איז אַנטרינונג פֿון מיר,

קײנער פֿרעגט נישט אױף מײַן זעל.

6 איך שרײַ צו דיר, ה׳,

איך זאָג: ביסט מײַן באַשיצונג,

מײַן טײל אין דעם לאַנד פֿון די לעבעדיקע.

7 פֿאַרנעם מײַן געשרײ,

װאָרעם איך בין געפֿאַלן זײער;

זײַ מיך מציל פֿון מײַנע נאָכיאָגער,

װאָרעם זײ זײַנען שטאַרקער פֿון מיר.

8 צי אַרױס פֿון פֿעסטונג מײַן זעל, צו לױבן דײַן נאָמען;

דורך מיר װעלן די צדיקים זיך קרײנען,

אַז דו װעסט מיר גוטס טאָן.

Veja também