Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 21

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

2 ה׳, מיט דײַן שטאַרקײט פֿרײט זיך דער מלך,

און מיט דײַן הילף װי זײער לוסטיק איז ער!

3 דעם באַגער פֿון זײַן האַרצן האָסטו אים געגעבן,

און דעם פֿאַרלאַנג פֿון זײַנע ליפּן האָסטו נישט פֿאַרמיטן.

סֶלָה.

4 װאָרעם דו טראָגסט אים אַנטקעגן ברכות פֿון גוטס,

טוסט אָן אױף זײַן קאָפּ פֿון גינגאָלד אַ קרױן.

5 לעבן האָט ער געבעטן בײַ דיר, האָסטו אים געגעבן;

אַריכת-ימים אױף אײביק און שטענדיק.

6 גרױס איז זײַן כּבֿוד דורך דײַן הילף,

גלאַנץ און שײנקײט טוסטו אױף אים אַרױף.

7 װאָרעם דו מאַכסט אים פֿאַר אַ בענטשונג אױף אײביק,

דערפֿרײסט אים מיט שׂימחה פֿאַר דײַן פּנים.

8 װאָרעם דער מלך פֿאַרזיכערט זיך אױף ה׳,

און דורך דעם חֶסֶד פֿון עליון װעט ער נישט אומפֿאַלן.

9 דײַן האַנט װעט דערגרײכן אַלע דײַנע פֿײַנט,

דײַן רעכטע װעט דערגרײכן דײַנע שָׂונאים.

10 װעסט זײ מאַכן װי אַ פֿײַעראױװן אין צײַט פֿון דײַן צאָרן;

ה׳ װעט זײ אומברענגען אין זײַן כּעס,

און אַ פֿײַער װעט זײ פֿאַרצערן.

11 זײער פֿרוכט װעסטו אונטערברענגען פֿון דער ערד,

און זײער זאָמען פֿון מענטשנקינדער.

12 װאָרעם זײ האָבן אָנגעצױגן שלעכטס קעגן דיר;

זײ האָבן געטראַכט בײזע געדאַנקען, װעלן זײ נישט אױספֿירן.

13 װאָרעם װעסט זײ מאַכן אומקערן דעם רוקן,

מיט דײַנע בױגנשטריק װעסטו צילן אױף זײער פּנים.

14 דערהײב דיך, ה׳, אין דײַן שטאַרקײט;

מיר װעלן זינגען און לױבן דײַן גבֿורה.

Veja também