Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 38

1 אַ מיזמור פֿון דָוִדן, אױף אַ דערמאָנונג.

2 נישט אין דײַן כּעס, ה׳, זאָלסטו מיך מוסרן,

און אין דײַן גרימצאָרן זאָלסטו מיך שטראָפֿן.

3 װאָרעם דײַנע פֿײַלן האָבן גענידערט אין מיר,

און אױף מיר האָט גענידערט דײַן האַנט.

4 נישטאָ קײן גאַנץ גליד אין מײַן לײַב

פֿון װעגן דײַן צאָרן,

נישטאָ קײן פֿריד אין מײַנע בײנער

פֿון װעגן מײַן חטא.

5 װאָרעם מײַנע זינד גײען איבער מײַן קאָפּ,

װי אַ שװערע משׂא זײַנען זײ צו שװער פֿאַר מיר.

6 עס פֿױלן, עס אײַטערן מײַנע װוּנדן

פֿון װעגן מײַן נאַרישקײט;

7 איך בין צעקרימט, איך בין געבױגן ביז גאָר,

אַ גאַנצן טאָג גײ איך אום פֿינצטער.

8 װאָרעם מײַנע לענדן זײַנען פֿול מיט בראַנד,

און נישטאָ קײן גאַנץ גליד אין מײַן לײַב.

9 איך בין באַנומען און דערשלאָגן ביז גאָר,

איך שרײַ פֿון דער ברומונג פֿון מײַן האַרצן.

10 אֲדֹנָי, אַל מײַן קרעכצן איז פֿאַר דיר,

און מײַן זיפֿצן איז פֿון דיר נישט פֿאַרבאָרגן.

11 מײַן האַרץ שװינדלט,

מײַן כּוֹח האָט מיך פֿאַרלאָזט;

און דאָס ליכט פֿון מײַנע אױגן,

דאָס אױך איז בײַ מיר מער נישטאָ.

12 מײַנע גוטע פֿרײַנט און מײַנע חבֿרים

שטײען אַװעק פֿון מײַן פּלאָג,

און מײַנע נאָנטע שטײען פֿון דער װײַטן.

13 און נעצן לײגן די װאָס זוכן מײַן לעבן,

און די װאָס זײַנען מיר אױסן בײז רעדן אומגליקן,

און באַטרוגן טראַכטן זײ אַ גאַנצן טאָג.

14 און איך בין װי אַ טױבער, איך הער נישט,

און װי אַ שטומער װאָס עפֿנט נישט זײַן מױל.

15 יאָ, איך בין װי אַ מענטש װאָס הערט נישט,

און אין זײַן מױל זײַנען קײן טענות נישטאָ.

16 װאָרעם צו דיר, ה׳, טו איך האָפֿן;

דו װעסט ענטפֿערן, אֲדֹנָי מײַן ג-ט.

17 װאָרעם איך זאָג:

זאָלן זײ נישט דערפֿרײט װערן איבער מיר;

אַז מײַן פֿוס גליטשט זיך אױס,

גרײסן זײ זיך איבער מיר.

18 װאָרעם איך בין אָנגעברײט צום פֿאַלן,

און מײַן װײטאָג איז אַנטקעגן מיר תּמיד.

19 װאָרעם איך גיב צו מײַן זינד,

איך בין באַקומערט װעגן מײַן חטא.

20 און מײַנע פֿײַנט אום לעבן זײַנען שטאַרק,

און פֿיל מײַנע שָׂונאים פֿאַר גאָרנישט.

21 און די װאָס באַצאָלן אַ רָעה פֿאַר אַ טובֿה,

פֿײַנטן מיך פֿאַר מײַן נאָכיאָגן גוטס.

22 נישט פֿאַרלאָזן זאָלסטו מיך, ה׳,

נישט דערװײַטערן זאָלסטו זיך פֿון מיר, מײַן ג-ט.

23 אײַל מיר צו הילף,

אֲדֹנָי מײַן ישועה.

Veja também