1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל; אַ באַטראַכטונג פֿון דָוִדן.
2 פֿאַרנעם, אלֹקים, מײַן תּפֿילה,
און זאָלסט זיך נישט פֿאַרהױלן פֿון מײַן געבעט.
3 האָרך צו מיר, און ענטפֿער מיר;
איך לױף אום אין מײַן קלאָג, און איך ברום,
4 פֿון דעם קֹול פֿון דעם פֿײַנט,
פֿון װעגן דער דריקונג פֿון דעם רשע;
װאָרעם זײ ברענגען אױף מיר אומגליק,
און מיט צאָרן טוען זײ מיך פֿײַנטן.
5 מײַן האַרץ צאַפּלט אין מיר,
און טױטשרעקן זײַנען אָנגעפֿאַלן אױף מיר.
6 אַ מורא און אַ ציטערניש קומט אױף מיר,
און אַ שױדער האָט מיך באַדעקט.
7 און איך זאָג: װער גיט מיר פֿליגלען װי אַ טױב,
איך װאָלט אַװעקגעפֿלױגן און גערוט.
8 אָט װאָלט איך אַװעקגעװאָגלט װײַט,
איך װאָלט געװײַלט אין דער מדבר.
סֶלָה.
9 איך װאָלט מיר געאײַלט צו אַן אַנטרינונג
פֿון רײַסיקן װינט, פֿונעם שטורעם.
10 צעמיש, אֲדֹנָי, צעטײל זײער שפּראַך,
װאָרעם איך האָב געזען רױב און קריג אין שטאָט.
11 טאָג און נאַכט רינגלען זײ זי אַרום אױף אירע מױערן,
און אומרעכט און אומגליק איז אין איר מיטן.
12 פֿאַרברעכן זײַנען אין איר מיטן,
און פֿון איר מאַרק טוט זיך נישט אָפּ דריקונג און באַטרוג.
13 װאָרעם נישט אַ פֿײַנט טוט מיך לעסטערן –
דאָס װאָלט איך פֿאַרטראָגן;
נישט מײַן שׂונא האָט זיך געגרײסט איבער מיר –
פֿון אים װאָלט איך מיך פֿאַרבאָרגן;
14 נאָר דו, אַ מענטש מײַן גלײַכן,
מײַן חבֿר און מײַן באַקענטער,
15 װאָס בײַנאַנד פֿלעגן מיר זיס זיך סוֹדען,
גײן אין דעם הױז פֿון אלֹקים מיט געזעמל.
16 זאָל ער אָנרײצן דעם טױט אױף זײ,
זאָלן זײ נידערן לעבעדיקערהײט אין שְׁאֹול!
װאָרעם בײז איז אין זײער װױנונג, צװישן זײ.
17 איך װעל רופֿן צו אלֹקים,
און ה׳ װעט מיך העלפֿן.
18 אָװנט און פֿרימאָרגן און מיטן טאָג
װעל איך קלאָגן און װעל ברומען,
און ער טוט הערן מײַן קֹול.
19 ער טוט אױסלײזן בשלום מײַן זעל,
מע זאָל נישט גענענען צו מיר,
הגם זײ זײַנען פֿיל קעגן מיר.
20 אֵל װעט הערן און װעט זײ אונטערטעניק מאַכן –
דער װאָס טראָנט פֿון אײביק אָן.
סֶלָה.
װאָרעם נישטאָ קײן אָפּבײַט בײַ זײ,
און זײ האָבן נישט מורא פֿאַר אלֹקים.
21 ער שטרעקט אױס זײַנע הענט
אױף די װאָס זײַנען אין שלום מיט אים,
ער פֿאַרשװעכט זײַן ברית.
22 גלאַט זײַנען די שמאַנטיקע רײד פֿון זײַן מױל,
און זײַן האַרץ איז מלחמה;
װײכער פֿון בױמל זײַנען זײַנע װערטער,
אָבער זײ זײַנען שװערדן בלױזע.
23 װאַרף אױף ה׳ דײַן לאַסט,
און ער װעט דיך פֿאַרזאָרגן;
ער װעט קײן מאָל נישט לאָזן פֿאַלן דעם צדיק.
24 אָבער דו אלֹקים װעסט זײ נידערן אין קבֿר-גרוב,
די לײַט פֿון בלוט און באַטרוג
װעלן נישט אױסלעבן האַלב זײערע טעג;
און איך װעל מיך פֿאַרזיכערן אױף דיר.