1 אַ באַטראַכטונג פֿון אָסָפֿן.
פֿאַר װאָס, אלֹקים, האָסטו אונדז פֿאַרלאָזן אױף אײביק?
פֿאַר װאָס ברענט דײַן צאָרן אױף די שאָף פֿון דײַן פֿיטערונג?
2 דערמאָן זיך אָן דײַן עדה װאָס דו האָסט אױסגעקױפֿט אַ מאָל,
װאָס דו האָסט אױסגעלײזט צום שבֿט פֿון דײַן אַרב;
אָן דעם באַרג צִיוֹן װאָס דו האָסט אױף אים גערוט.
3 הײב אױף דײַנע טריט צו די אײביקע חורבֿות;
אַלץ האָט צעבראָכן דער שׂונא אין הײליקטום.
4 דײַנע פֿײַנט האָבן געברילט אין מיטן פֿון דײַן זאַמלאָרט,
זײערע צײכנס האָבן זײ אױפֿגעשטעלט פֿאַר צײכנס.
5 עס האָט זיך געדאַכט, װי מע װאָלט אױפֿהײבן אין דער הײך
העק אױפֿן געצװײַג פֿון אַ בױם.
6 און אָט האָבן זײ אירע געשניצן מיט אַנאַנדער,
מיט אַ ברעכאײַזן און האַמערס צעהאַקט.
7 זײ האָבן אָנגעצונדן אין פֿײַער דײַן מִקדָש,
צו דער ערד האָבן זײ פֿאַרשװעכט די װױנונג פֿון דײַן נאָמען.
8 זײ האָבן געזאָגט אין זײער האַרצן:
לאָמיר זײ פֿאַרטיליקן אין אײנעם;
זײ האָבן פֿאַרברענט אַלע זאַמלערטער פֿון אֵל אין לאַנד.
9 אונדזערע צײכנס זעען מיר נישט,
נישטאָ מער קײן נבֿיא,
און נישטאָ בײַ אונדז װער זאָל װיסן ביז װאַנען.
10 ביז װאַנען, אלֹקים, װעט לעסטערן דער פֿײַנט?
װעט שענדן דער שׂונא דײַן נאָמען נאָכאַנאַנד?
11 פֿאַר װאָס האַלטסטו צוריק דײַן האַנט, דײַן רעכטע?
צי זי אַרױס פֿון דײַן בוזעם, פֿאַרלענד.
12 אלֹקים איז דאָך מײַן קיניג פֿון אײביק אָן,
ער טוט ישועות אין לאַנד.
13 דו האָסט צעברעקלט מיט דײַן שטאַרקײט דעם ים,
האָסט צעבראָכן די קעפּ פֿון די שלענג אױפֿן װאַסער.
14 דו האָסט צעהאַקט די קעפּ פֿון לִויָתן,
אים געגעבן פֿאַר שפּײַז צום פֿאָלק, צו מדבר-לײַט.
15 דו האָסט געשפּאָלטן קװאַלן און טײַכן,
דו האָסט אױסגעטריקנט מאַכטיקע שטראָמען.
16 דײַן איז דער טאָג, דײַן אױך די נאַכט,
דו האָסט אָנגעברײט לבֿנה און זון.
17 דו האָסט אױפֿגעשטעלט אַלע געמאַרקן פֿון דער ערד;
זומער און װינטער, זײ האָסט דו באַשאַפֿן.
18 דערמאָן זיך אָן דעם, װי דער פֿײַנט האָט געלעסטערט ה׳,
און דאָס נידערטרעכטיקע פֿאָלק האָט געשענדט דײַן נאָמען.
19 זאָלסט נישט איבערגעבן צו אַ חיה די זעל פֿון דײַן טורטלטױב,
זאָלסט נישט פֿאַרגעסן אױף אײביק דאָס לעבן פֿון דײַנע אָרימע.
20 קוק זיך אום אױף דעם ברית,
װאָרעם די פֿינצטערע װינקלען פֿון דער ערד
זײַנען פֿול מיט װױנונגען פֿון רױב.
21 זאָל דער געשלאָגענער זיך נישט אומקערן פֿאַרשעמט,
זאָל דער אָרעמאַן און דער אבֿיון לױבן דײַן נאָמען.
22 שטײ אױף, אלֹקים, קריג דײַן קריג,
געדענק דײַן לעסטערונג פֿון דעם נידערטרעכטיקן אַ גאַנצן טאָג.
23 זאָלסט נישט פֿאַרגעסן דעם ליאַרעם פֿון דײַנע פֿײַנט,
דעם טומל פֿון דײַנע קעגנשטײער װאָס גײט אױף נאָכאַנאַנד.