Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 79

1 אַ מיזמור פֿון אָסָפֿן.

אלֹקים, פֿעלקער זײַנען געקומען אין דײַן אַרב;

זײ האָבן פֿאַראומרײניקט דײַן הײליקן הֵיכל,

זײ האָבן געמאַכט ירושָלַיִם פֿאַר הױפֿנס.

2 זײ האָבן געגעבן די טױטע לײַבער פֿון דײַנע קנעכט

פֿאַר שפּײַז צו דעם פֿױגל פֿון הימל,

דאָס פֿלײש פֿון דײַנע פֿרומע צו דער חיה פֿון דער ערד.

3 זײ האָבן פֿאַרגאָסן זײער בלוט אַזױ װי װאַסער, אַרום ירושָלַיִם,

און נישט געװען קײן באַגרעבער.

4 מיר זײַנען געװאָרן אַ חרפּה בײַ אונדזערע שכנים,

אַ געלעכטער און אַ שפּאָט בײַ אונדזערע אַרומיקע.

5 ביז װען ה׳ װעסטו צערענען אױף אײביק?

װעט ברענען װי פֿײַער דײַן קִנְאָה צאָרן?

6 גיס אױס דײַן גרימצאָרן אױף די פֿעלקער

װאָס קענען דיך נישט,

און אױף די קיניגרײַכן

װאָס רופֿן נישט דײַן נאָמען.

7 װאָרעם מע האָט אױפֿגעגעסן יעקבֿ,

און זײַן װױנונג האָבן זײ פֿאַרװיסט.

8 זאָלסט אונדז נישט דערמאָנען די זינד פֿון די פֿריִערדיקע,

גיך זאָל אונדז אַנטקעג? קומען דײַן דערבאַרעמונג,

װאָרעם מיר זײַנען געפֿאַלן זײער.

9 שטײ אונדז בײַ, אלֹקים פֿון אונדזער הילף,

צוליב דעם כּבֿוד פֿון דײַן נאָמען,

און זײַ אונדז מציל, און זײַ מכַפּר אױף אונדזערע זינד,

פֿון װעגן דײַן נאָמען.

10 נאָך װאָס זאָלן זאָגן די פֿעלקער: װוּ איז זײער ג-ט?

זאָל באַװוּסט װערן צװישן די פֿעלקער פֿאַר אונדזערע אױגן

די נקמה פֿאַר דעם פֿאַרגאָסענעם בלוט פֿון דײַנע קנעכט.

11 זאָל קומען פֿאַר דיר דאָס קרעכצן פֿון געפֿאַנגענעם,

לױט דער גרױסקײט פֿון דײַן אָרעם

לאָז לעבן די אָנגעברײטע צום טױט,

12 און קער אום אונדזערע שכנים זיבנפֿאַכיק אין זײער בוזעם,

זײער לעסטערונג װאָס זײ האָבן דיך געלעסטערט, אֲדֹנָי.

13 און מיר, דײַן פֿאָלק, און די שאָף פֿון דײַן פֿיטערונג,

װעלן דיר דאַנקען אױף אײביק,

אױף דור-דורות װעלן מיר דערצײלן דײַן לױב.

Veja também